YidWireMonday, November 2, 2026

כאמאס האט ארויסגעגעבן פרישע ווידיאו קליפס וואס זענען ביז יעצט נאכנישט געזען געווארן, וואו מען זעט די הויפט טעראר פירער, צווישן זיי יחיא…

כאמאס האט ארויסגעגעבן פרישע ווידיאו קליפס וואס זענען ביז יעצט נאכנישט געזען געווארן, וואו מען זעט די הויפט טעראר פירער, צווישן זיי יחיא סינוואר און מוכאמד דעף, ביי געהיימע מיטינגען אינערהאלב די אונטערערדישע מנהרות אין עזה פאר די שוידערליכע שחיטה פון אקטאבער 7.

די ווידיאו, וואס איז געוויזן געווארן אויף אל-דזשאזירא, צייגט פארזאמלונגען פון די העכסטע מיליטערישע קאמאנדירן פון כאמאס נעבן אונטערערדישע פלעצער וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן צו פראדוצירן ראקעטן. די דאזיגע רעקארדירונגען געבן א זעלטענע בליק פון אינעווייניג איבער די מיליטערישע טעטיגקייטן און די הכנות פון די טעראר ארגאניזאציע פארן אויספירן די שחיטה.

Sat, Oct 31, 8:03 PM · Community

Download

More from Expert status

More in Community