YidWireMonday, November 2, 2026

אן אווענט איבער די "פרייהייט פון ווארט" ביים אוניווערסיטעט פון מישיגען האט זיך געענדיגט מיט א ווילדע שלעגעריי אינמיטן גאס.

די קאנסערוואטיווע אידישע פאבליסיסטקע ליז בענישאו איז אטאקירט געווארן דורך א שטיצער פון על סאיעד, וועלכע האט איר אראפגעווארפן צו דער ערד. די פרוי וואס האט איר אטאקירט איז שוין עטליכע מינוט שפעטער געווארן אפגעפירט אין קייטלעך דורך די פאליציי פונעם אוניווערסיטעט, וועלכע האבן איר אריינגעזעצט אין א פאליציי SUV.

בשעת'ן ווערן ארעסטירט האט די פרוי געשריגן מיט קולות אז זי "וואלט איר געדארפט הרג'ענען", און זי האט דערמאנט אז זי איז שוין אמאל געווען אינטערנירט אין א גייסטישע שפיטאל. דער פאקט אז זי איז שוין געווען אין א משוגעים הויז איז באמת נישט געווען קיין גרויסע איבערראשונג...

Expert status·

Mon, Nov 2, 1:01 AM · Business & Deals, News

Download

More from Expert status

באלד נאך די אפעראציעס אין דרום לבנון, האבן די צה"ל כוחות אויפגעדעקט א גרויסע זאפאס פון וואפנס וואס איז געווען באהאלטן אינמיטן א ציווילע…

באלד נאך די אפעראציעס אין דרום לבנון, האבן די צה"ל כוחות אויפגעדעקט א גרויסע זאפאס פון וואפנס וואס איז געווען באהאלטן אינמיטן א ציווילע וואוינונג, וואו מ'האט אפ…

Expert status·
Download

More in Business & Deals